על מנת להדפיס שירים יש להתחבר או להירשם קודם
חוה אלברשטיין - אויפן פריפעטשיק
מחבר ומלחין: ורשבסקי מרק מ.
Dadd9/5+: xx0330
|
Dadd9/6: xx0430
|
אויפן פריפעטשיק ברענט א פייערל
|
און אין שטוב איז הייס
|
און דער רבי לערנט קליינע קינדערלעך
|
דעם אלף בית
|
און דער רבי לערנט קליינע קינדערלעך
|
דעם אלף בית
|
זעט זשע קינדערלעך
|
געדענקט זשע טייערע
|
וואס איר לערנט דא
|
זאגט זשע נאך א מאל
|
און טאקע נאך א מאל
|
קמץ־אלף א
|
זאגט זשע נאך א מאל
|
און טאקע נאך א מאל
|
קמץ אלף א
|
לערנט קינדער מיט גרויס חשק
|
אזוי זאג איך אייך אן
|
ווער סוועט גיכער פון אייך
|
קענען עברי
|
דער באקומט א פאן
|
ווער סוועט גיכער פון אייך
|
לערנען עברי
|
דער באקומט א פאן
|
איר וועט קינדער עלטער ווערן
|
וועט איר אליין פארשטיין
|
וויפל אין די אותיות ליגן טרערן
|
און וויפל געוויין
|
וויפל אין די אותיות ליגן טרערן
|
און וויפל געוויין
|
אז איר וועט קינדער דעם גלות שלעפן
|
אויסגעמוטשעט זיין
|
זאלט איר פון די אותיות כוח שעפן
|
קוקט אין זיי אריין
|
זאלט איר פון די אותיות כוח שעפן
|
קוקט אין זיי אריין
|
זעט זשע קינדערלעך
|
געדענקט זשע טייערע
|
וואס איר לערנט דא
|
זאגט זשע נאך א מאל
|
און טאקע נאך א מאל
|
קמץ־אלף א
|
זאגט זשע נאך א מאל
|
און טאקע נאך א מאל
|
קמץ אלף א
|
אויפן פריפעטשיק ברענט א פייערל
|
און אין שטוב איז הייס
|
און דער רבי לערנט קליינע קינדערלעך
|
דעם אלף בית
|
הודפס ב -